Yiddish infotext

טאָמער, ביסטו אָדער אַ קרובֿ געװוּנדיקט געװאָרן אין אַן אויטאָ־סיבה, מעגט דער אַמט פֿון טראַפֿיק־אַװאַריעס מישפּטן װעגן די באַצאָלונג פֿון דײַן פֿאַרזיכער־פֿירמע. די אַרבעט בײַם אַמט מיט אַזאַ ענין פֿירט מען דורך אויף שװעדיש. דער מישפּט איז בחינם. די באַמערקונגען פֿונעם אַמט פֿון טראַפֿיק־אַװאַריעס זענען עצות צו דער פֿאַרזיכער־פֿירמע.

מען קען באַצאָלן דיר נאָך אַ סיבה למשל צוליב מעדיצינישער אינװאַלידקײט, פֿאַרלוירנער הכנסה און קאָסטן. דער אַמט פֿון טראַפֿיק־אַװאַריעס מישפּט אויך װעגן ענינים װי קאָרעלאַציע, פּרעסקריפּציע און אַפּעלאַציע.

דער ציל מיט דער אַרבעט איז צו פֿאַרזיכערן אַז עמעצער אַ פֿאַרװוּנדיקטער מענטש זאָל קענען קריכן אַ גלײַכמאָסיקע און גוטע באַצאָלונג לויט די שװעדישע געזעצן און כּללים. ניט אָפּהענגיק פֿון װאָס פֿאַרזיכער־פֿירמע באַהאַנדלט אָדער באַצאָלט פֿאַרן ענין.

דער אַמט פֿון טראַפֿיק־אַװאַריעס גיט איבער מישפּטן לגבי צװײ פֿאַרשײדענע מינים ענינים; אָבליגאַטאָרישע ענינים און חילוק־דעות. דו קענסט לײענען װײַטער װעגן אָבליגאַטאָרישע ענינים, חילוק־דעות און װי אַזוי מען מישפּט אין אונדזערע אינפֿאָרמאַציע־בלעטער.

אינפֿאָרמאַציע־בלאַט װעגן אָבליגאַטאָרישע ענינים

אינפֿאָרמאַציע־בלאַט װעגן חילוק־דעות

 

קאַנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע:

טעלעפֿאָן:  08-52278700